Menu
Your Cart

Subbota / סאבאטא

Subbota  /  סאבאטא
Subbota  /  סאבאטא
Subbota  /  סאבאטא
Subbota  /  סאבאטא
Subbota  /  סאבאטא
Subbota  /  סאבאטא
Subbota  /  סאבאטא
Subbota  /  סאבאטא
Subbota / סאבאטא

"סאבאטא" איז א מערקווירדיגע כראנאלאגיע פון פייערדיגע מסירות נפש און א ביאגראפיע איבער הרב החסיד רבי אליעזר נאנעס זצ"ל. (אברהם נעצאך) דער העלד פון די געשיכטע איז געווען אייגנארטיג מיט זיין באשיידנקייט און פשטות צוזאמען מיט זיין שטאנדהאפטע כאראקטער וועלכע דער סאוויעטן פארבאנד האט דורכאויס לאנגע יארן פון פייניגונגען און שאנטאזשירונגען אין סיבירישע לאגערן, נישט געקענט בייקומען. צוואנציג לאנגע ביטערע יארן איז ר' לייזער - ווי מען האט אים גערופן בלשון חיבה -געזעצן אין סיבירישע תפיסות און ארבייטס לאגערן, וואו זיינע אונטדערדרוקער זענען געווען פאר'עקשנ'ט אים צו צוברעכן, אבער ר' לייזער האט זיי אלעמען באזיגט, און נישט ארויס צו די ארבייט קיין איין איינציגן שבת אדער יום טוב! דורכאויס די גאנצע צייט האט ער נישט אריינגענומען קיין שטיקל טריפה אין מויל, כאטש עס איז געווען סכנת נפשות ממש. און קיין איין פסח האט ער נישט געגעסן קיין חמץ, כאטש ער איז כמעט אומגעקומען פון הונגער! קיין שום ברוטאלע פייניגונגען און רדיפות האבן אים נישט געקענט אפטיילן פון תורה ומצות, נאר מיט שטאלץ און שמחה האט ער מקיים געווען דעם 'לא יכרע ולא ישתחוה'. דער קאמף פאר שמירת שבת האט באקאנט געמאכט ר' לייזער'ן ביי פיל רוסישע פירער אין סיביר, און פילע האבן אים באצייכנט אלס דער איינציגסטער וואס האט זיך נישט געבראכן צום רוסישן "סיסטעם" נאך אזא לאנגע תקופה. ר' לייזער האט זיך דארט דערפאר ערווארבן דעם צו נאמען 'סאבאטא' (שבת - אין די רוסישע שפראך) צוליב זיין פשרה'לאזער קאמף פאר שמירת שבת קודש. לייענט און לערנט איבער אמת'ע מסירות נפש פאר השי"ת און זיין תורה!

Book Attributes
BindingHardcover
Format7"X10"

Write a review

Note: HTML is not translated!
Bad Good
Captcha
$29.00
$27.50
  • Model: SSBSS-1
  • Weight: 2.70lb